קואלא לאמפור – מאלאזיע'ס נייער פרעמיער מיניסטער מאהאטיר מוכאמעד, איז ארויסגעקומען מיט א נייעם פלאן וויאזוי צו שניידן די מאסיווע חובות פון די רעגירונג, וועלכע שטעלט אין געפאר די גאנצע ארטיגע עקאנאמיע, נעמליך דורכ'ן בעטן נדבות און ביישטייערונגען פונעם פאלק. אלעס אינאיינעם פארמאגט די מאלאזיער רעגירונג חובות פון 250 ביליאן דאלער, און די רעגירונג האט געמאלדן פארלאפענעם דאנערשטאג דעם קאמפיין, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט א היפשע סוקסעס, אויפטרייבנדיג בלויז אינעם ערשטן טאג אזויפיל ווי 2 מיליאן דאלער. דאס דערמאנט איבער דרום קארעא אין די 1990'ער יארן, וואו דאס פאלק האט מנדב געווען צירונג און אנדערע חפצים, צו העלפן באצאלן די רעגירונג חובות.
הוסף רשומת תגובה