ניו יארק – אמעריקאנער אינוועסטירער זענען זייער אנגעצויגן און באזארגט, איבער די פארשארפטע טענער צווישן אמעריקע און כינע איבער די אישו פון האנדל און טאריפס, און די אנגעצויגנקייט האט געברענגט נעכטן אז די דריי הויפט סטאק אינדעקסעס האבן זיך געשלאסן מיט שווערע פארלוסטן. דער "עס-ענד-פי" און "נעסדעק" האבן געליטן די שווערסטע פארלוסטן זינט צוויי מאנאטן צוריק, און דער "דאו דזשאונס" האט זיך געשלאסן מיט פארלוסטן פון איבער 300 פונקטן. די נעכטיגע אנגעצויגנקייט איז ספעציפיש געקומען, נאכדעם וואס מען האט געהערט באריכטן אז די טראמפ אדמיניסטראציע פלאנירט צו בלאקירן כינעזער פירמעס פון אינוועסטירן אין אמעריקאנער טעכנאלאגיע ביזנעסער, וואס אויב דאס ווערט איינגעשטעלט, באדייט דאס אויטאמאטיש שווערע פארלוסטן פאר אמעריקאנער ביזנעסער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל