פון הכל הבל

די יוסטיץ דעפארטמענט טוט אפעלירן אן אורטייל פון א ריכטער לעצטע וואך וועלכע פארבאט פרעזידענט טראמפ פון בלאקירן נאכפאלגער פון זיין טוויטער אקאונט.

טוויטער אלץ א פריוואטע פירמע ערלויבט אירע באנוצער צו בלאקירן סיי וועם פון פריוואטע אקאונטס, און געזעצליך איז עס אויסגעהאלטן.

א ריכטער האט אבער אויסגעשלאסן פרעזידענט טראמפ פון דעם רעכטז אננעמענדיג אן ארגומענט אז דער פרעזידענט איז א פובליק פיגור, און צוליב דעם איז זיין אקאונט ווי א פאבליק דאמעין ווי אינפארמאציע איז אפן פאר יעדן, און מען קען נישט אויסשליסן קיינעם דערפון.

די טענה דערקעגן איז אז פרעזידענט טראמפ האט געשאפן זיין אקאונט אלץ פריוואטע בירגער און געצויגן דערצו מיליאנען נאכפאלגער, און קען נישט באטראכט ווערן ווי רעגירונג זייטל, און טראמפ איז בארעכטיגט צו די זעלבע רעכטן ווי יעדע פריוואטע בירגער מיט אן אקאונט אויף טוויטער.

טראמפ טענה'ט אז ווען אן אויפגעברויזטער אנטי-טראמפ פארשוין רעפלייעט צו זיינס א טוויט, קענען זיינע מיליאנען נאכפאלגער מיטהאלטן יענעמס קאמענט, און ער האט אלע רעכטן צו אראפצוווארפן יענעם פון זיין אקאונט.

די קעיס קען עווענטועל מאכן איר וועג ביז צום סופרים קאורט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל