פרעזידענט טראמפ דערקלערט הויך "נארט קארעא איז נאך אלץ א גרויסע געפאר פאר אמעריקע"; האט באנייט די "נאציאנאל עמערדזשנסי פאליסי" וואס פארלענגערט מיט איין יאר אויף נארט קארעא די אלע אלטע שטרענגע סאנקציעס
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געלאזט פאלן א גרויסע איבעראשענדע סטעיטמענט, ווען אין א רעפעראנץ איבער זיין פארלענגערונג פון די סאנקציעס פאר נארט קארעא, האט ער ערקלערט אומצוויידייטיג "אז נארט קארעא איז נאך אלץ א גרויסע געפאר פאר די פאראייניגטע שטאטן", דעריבער דארף מען פארלענגערן די סאנקציעס אויף איר. דער דאזיגע סטעיטמענט איז געקומען ווי א גרויסע איבעראשונג פאר אלעמען, קומענדיג בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געטוויטעט אז "נארט קארעא איז מער נישט א נוקלעארע געפאר פאר אמעריקע", און אזוי אויך האט דער פרעזידענט געזאגט אין א אונטערוויא לעצטע וואך, אז אזוי פיל האט מען אויפגעטאן ביים סאמיט אין סינגעפאר, אז עס איז אראפגעגאנגן דער שטענדיגער געפאר וואס נארט קארעא האט פארגעשטעלט מיט זיך פאר די לעצטע צוויי צענדליגע יארן, ממילא אז בלויז עטליכע טעג נאכדעם זאל דער פרעזידענט אליין קלאר ארויסזאגן מיט זיין מויל, "אז נארט קארעא שטעלט נאך אלט'ס פאר א גרויסע געפאר פאר אמעריקע", א שטארקע חידוש, און האט געהויבן פולע אויגן ברעמען אין אמעריקע און איבער די וועלט.
אודאי האט א יעדער ערווארטעט אז אמעריקע וועט באנייען די יערליכע נייע שווערע סאנקציעס אויף נארט קארעא, גערופן מיט איר שיין קלינגעדיגע נאמען "נאציאנאל עמערדזשענסי", אזוי ווי זי טוט שוין פאר די לעצטע צען יאר, דאס האט יעדער ערווארטעט, און איז בכלל נישט געקומען ווי א איבעראשונג, וויבאלד עס איז פשוט אז אמעריקע דארף האבן עפעס א קארטעל אין די הענט ביי די פארהאנדלונגען אקעגן נארט קארעא, און אויב אמעריקע וויל נאך באמת אז עווענטועל זאל נארט קארעא זיך דינוקלעארייזן, וועט עס זיין דער גרעסטע שטות פון אמעריקע'ס זייט אראפצונעמען די סאנקציעס, נאך איידער נארט קארעא האט אפילו אנגעהויבן צו טון סיי וואס זיך צו דינוקלעארייזן, ווארום אמעריקע זוכט דאך אנצוהאלטן דער עקאנאמישער פרעשור אויף נארט קארעא, אז אזוי ארום זאלן זיי זיך ווי שנעלער ברעכן און אונטערשרייבן א אפמאך מיט אמעריקע אויף דער אישו.
דער חידוש איז אבער געווען, אין דער שפראך פונעם פרעזידענט, לויט די שפראך פון פרעזידענט טראמפ די פארגאנגענע וואך, וואלט מען ערוארטעט אז ווען ער באנייט נאכאמאל די סאנקציעס אויף נארט קארעא, זאל מען אפילו קיין פיפס נישט הערן, עס וואלט געדארפט ווען זיין 'פתח שין שא'. מאקסימום וואלט ער געמאלדן טרוקענערהייט אז, יא, כאטשיג וואס נארט קארעא איז דאך ממש א 'למד וואווניק', דאך אבער, ווילאנג זיי טוען זיך נישט אנטוואפענען למעשה פון זייערע נוקלעארע וואפנ'ס, קען מען נישט אראפנעמען די סאנקציעס פון זיי. פיין, אזא סארט נוסח וואלט ווען יעדער פארשטאנען. דא אבער האט דער פרעזידענט אנגערירט א נייע סארט ווענדונג, דערקלערענדיג הויך און אין דער עפענטליכקייט, "אז נארט קארעא איז נאך אלץ א גרויסע געפאר פאר אמעריקע" וואס דאס איז שוין א נייע סארט צוגאנג צו דער גאנצע זאך, ספיציעל ווען עס קומט בלויז געציילטע טעג נאכדעם וואס דער פרעזידענט ירים הודו האט געזאגט ממש פונקט פארקערט.... וואס האט טאקע פרעזידענט טראמפ דא געוואלט? גיי ווייס, אבער עס קען זיין אז ער ווייסט עפעס מער וואס אונז ווייסן נישט, און ער פראבירט צו שיקן א מעסעדזש פאר מיסטער קים, "העי, דאונט מעס אראונד וויט מי"..., וויל איך גיי נישט שפילן מיט דיר 'הוקי' א יעדע פינעף מינוט...

די רעדע איז דא איבער די אזוי גערופענע "נאציאנאל עמערדזשענסי" פאליסי, וואס אמעריקע האט געהאט איינגעפירט אויף נארט קארעא אין יאר 2008, פונקט מיט צען יאר צוריק, און דארף נאכאמאל ווערן באנייט א יעדעס איינציגע יאר. די דאזיגע סאנקציעס האט אמעריקע ארויפגעלייגט אויף נארט קארעא, אדאנק דער דאן-באנייטע אנגעצויגנקייט צווישן דער קים רעזשים און וואשינגטאן, א דאנק די נייע נוקלעארע אקטן פון נארט קארעא. אמעריקע האט דאן ארויפגעלייגט זייער שווערע סאנקציעס אויף נארט קארעא, האפענדיג אז דאס וועט זיי אונטערברעכן פינאנציעל. דערווייל קוקט אויס אז עס איז נישט געגאנגן אזוי שנעל, ווייל עס האט גענומען באלד צען יאר אז זיי זאלן זיך כאפן בים קאפ איבער די סאנקציעס. אזוי צו אזוי, איז נעכטן איז געווארן פעליג אז מען זאל דאס נאכאמאל דארפן באשטעטיגן דורכן פרעזידענט צי עס זאל ווייטער אנגיין יא צו ניין, און פרעזידענט טראמפ האט באשטעטיגט אז מען באנייט די סאנקציעס פאר נאך א יאר, אפגעזען פון דער גאר געלונגענע סאמיט מיט נארט קארעא אין סינגעפאר.
אודאי האט א יעדער ערווארטעט אז אמעריקע וועט באנייען די יערליכע נייע שווערע סאנקציעס אויף נארט קארעא, גערופן מיט איר שיין קלינגעדיגע נאמען "נאציאנאל עמערדזשענסי", אזוי ווי זי טוט שוין פאר די לעצטע צען יאר, דאס האט יעדער ערווארטעט, און איז בכלל נישט געקומען ווי א איבעראשונג, וויבאלד עס איז פשוט אז אמעריקע דארף האבן עפעס א קארטעל אין די הענט ביי די פארהאנדלונגען אקעגן נארט קארעא, און אויב אמעריקע וויל נאך באמת אז עווענטועל זאל נארט קארעא זיך דינוקלעארייזן, וועט עס זיין דער גרעסטע שטות פון אמעריקע'ס זייט אראפצונעמען די סאנקציעס, נאך איידער נארט קארעא האט אפילו אנגעהויבן צו טון סיי וואס זיך צו דינוקלעארייזן, ווארום אמעריקע זוכט דאך אנצוהאלטן דער עקאנאמישער פרעשור אויף נארט קארעא, אז אזוי ארום זאלן זיי זיך ווי שנעלער ברעכן און אונטערשרייבן א אפמאך מיט אמעריקע אויף דער אישו.
דער חידוש איז אבער געווען, אין דער שפראך פונעם פרעזידענט, לויט די שפראך פון פרעזידענט טראמפ די פארגאנגענע וואך, וואלט מען ערוארטעט אז ווען ער באנייט נאכאמאל די סאנקציעס אויף נארט קארעא, זאל מען אפילו קיין פיפס נישט הערן, עס וואלט געדארפט ווען זיין 'פתח שין שא'. מאקסימום וואלט ער געמאלדן טרוקענערהייט אז, יא, כאטשיג וואס נארט קארעא איז דאך ממש א 'למד וואווניק', דאך אבער, ווילאנג זיי טוען זיך נישט אנטוואפענען למעשה פון זייערע נוקלעארע וואפנ'ס, קען מען נישט אראפנעמען די סאנקציעס פון זיי. פיין, אזא סארט נוסח וואלט ווען יעדער פארשטאנען. דא אבער האט דער פרעזידענט אנגערירט א נייע סארט ווענדונג, דערקלערענדיג הויך און אין דער עפענטליכקייט, "אז נארט קארעא איז נאך אלץ א גרויסע געפאר פאר אמעריקע" וואס דאס איז שוין א נייע סארט צוגאנג צו דער גאנצע זאך, ספיציעל ווען עס קומט בלויז געציילטע טעג נאכדעם וואס דער פרעזידענט ירים הודו האט געזאגט ממש פונקט פארקערט.... וואס האט טאקע פרעזידענט טראמפ דא געוואלט? גיי ווייס, אבער עס קען זיין אז ער ווייסט עפעס מער וואס אונז ווייסן נישט, און ער פראבירט צו שיקן א מעסעדזש פאר מיסטער קים, "העי, דאונט מעס אראונד וויט מי"..., וויל איך גיי נישט שפילן מיט דיר 'הוקי' א יעדע פינעף מינוט...
הוסף רשומת תגובה