וואשינגטאן – א ליביער מיליטאנט וועלכער ווערט באשולדיגט אז ער האט אויספלאנירט און אנגעפירט די טויטליכע אטאקע אויפ'ן אמעריקאנער קאנסולאט אין בענגאזי, ליביע אין סעפטעמבער יאר 2012, איז נעכטן פאראורטיילט געווארן צו 22 יאר טורמע. דער טעראר פיגור אכמעד אבו קאטאלא איז ארעסטירט געווארן עטליכע יאר צוריק און אויסגעליפערט געווארן קיין אמעריקע, וואו עס זענען ארויסגעשטעלט געווארן קעגן אים די הארבע קלאגעס איבער דער בענגאזי אטאקע, וועלכע האט געקאסט די לעבנס פונעם אמעריקאנער אמבאסאדאר קריס סטיווענס און נאך 3 אמעריקאנער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל