צום ערשטן מאל אין אמעריקע!

קאנסילמאן חיים דייטש פון פלעטבוש האט געמאלדן, אז עס וועט זיין צוגעשטעלט א ביעטש מיט באזונדערע טעג פאר מענער און באזונדער פאר פרויען.

די רעדע איז פון די ביעטש נעבן די קינגסבארא קאמיוניטי קאלעדזש אין פלעטבוש.

די פראיעקט ווערט גערופן די "צפון ברוקלין ביעטש טאג", און עס וועט דערווייל זיין פאר נאר 2 טעג. מענער און אינגלעך וועלן קענען גיין פרייטאג פרשת בלק פון ניין צופרי ביז דריי נאכמיטאג, און פרויען מיט מיידלעך וועלן קענען גיין פרייטאג ואתחנן פון ניין צופרי ביז דריי נאכמיטאג.

כאטש וואס אזא ארעדזשירונג לויפט קעגן די אמעריקאנער ווירדן פון אייניגע רעכטן, זאגט מר. דייטש אז ער האט אפגעדינגען די גאנצע פלאץ מיט פריוואטע פאנדן.

די ליבעראלע ניו יארק סיוויל ליבערטי ארגאניזאציע איז ארויסגעקומען מיט קריטיק דערקעגן, אבער מר. דייטש האט עס אוועקגעמאכט זאגענדיג אז דאס וועט געבן א געלעגנהייט פאר די מענטשן פון זיין דיסטריקט צו קענען געניסן פון די וואסער אהן דארפן אויפגעבן אויף זייערע רעליגיעזע ווירדן.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל