א באנגעלאו איז אויפגעגאנגען אין פלאמען נאך אן אויפרייס אין טאון אוו מאנראו. א היימישע ישיבה האט זיך דארט ארייננגעצויגן פאר א שבת התוועדות, און עטליכע האבן געדארפט אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל, געוויסע אין א ערענסטע צושטאנד.

די פייער האט פאסירט אויף 650 קראנוועל הילל ראוד, נישט ווייט פון קרית יואל. די הצלה דקרית יואל און פון אנדערע לאקאלן האבן זיך געיאגט דאנערשטאג ביינאכט צו די סצענע, און אריינגעפירט עטליכע בחורים אין שפיטאל. די פייער האט זיך אנגעהויבן בערך 12:30, מעגליך פון א גאז אויפרייס.

מערסטענס בחורים זענען שוין אהיימגעלאזט געווארן פון שפיטאל נאך עטליכע שעה, אבער פיר בחורים זענען פארבליבן מיט צווייטע גראד בריען. ביטע זייט מתפלל פאר יהושע בן יסכא, אליעזר בן ברכה, חיים ברוך בן מרים אידל און מאיר דוד בן חיה לאה.

זעהט ווידיאס

די אינצידענט ווערט נאך אויסגעפארשט, און פרישע דעטאלן וועלן באריכטעט ווערן.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

ווידיאס







קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל