וואשינגטאן – א "פאליטיקא" באריכט דעקט אויף, אז דער געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא קאנפערירט און פירט געשפרעכן מיט הויכראנגיקע דעמאקראטישע פאליטישאנס וועלכע קלערן צו לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2020. דער באריכט דערציילט אז די פאטענציעלע דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטן זענען געווען די וועלכע האבן זיך פארבינדן מיט אבאמא, זוכנדיג צו באקומען פון אים ראט און עצות, און אויך אנצוזייען קערנדלעך פאר זיין שטיצע. צווישן די פאטענציעלע קאנדידאטן וועלכע האבן שוין גערעדט מיט אבאמא, זענען געווען בערני סענדערס, עליזאבעט ווארען, זיין געוועזענער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען, און געוועזענער מאסעטשוסעטס גאווערנאר דעוואל פעטריק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל