וואשינגטאן – נעכטן איז געווארן אפגעצייכנט איין גאנצע יאר, פון ווען די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט האט געשטעלט ראבערט מוללער אלס ספעציעלער פראקוראר, אנצופירן מיט דער אויספארשונג צי עס איז געווען קאארדינאציע צווישן דעם טראמפ קאמפיין און די רוסישע רעגירונג, און רעפובליקאנער זאגן אז דאס באדייט אז די אויספארשונג גייט שוין אן צו לאנג, און עס האט נאכנישט פראדוצירט עכטע רעזולטאטן, איז שוין דעריבער צייט אז ס'זאל קומען צו אן ענדע.

אין לויף פונעם ערשטן יאר, האבן מוללער און זיינע געהילפן שוין אויסגעפארשט און אויסגעפרעגט אומצאליגע עדות, אריינגערעכנט אמטירנדע ווייסע הויז באאמטע, געוועזענע טראמפ קאמפיין איינגעשטעלטע, און אויסלענדישע ביזנעסלייט און דיפלאמאטן וועלכע האבן געהאט שייכות מיט'ן טראמפ קאמפיין. א סך הכל פון 19 מענטשן און 3 רוסישע פירמעס זענען שוין דערווייל אנגעקלאגט געווארן דורך מוללער, אבער קיין איינע פון די קלאגעס נישט דירעקט איבער דער אישו פון "קאלוזשען".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל