ניו יארק – א פרישער באריכט צייגט, אז פילע גרויסע סיטיס איבער'ן לאנד האבן שוין אפגעזאגט די געלעגנהייט, צו דינען אלס גאסטגעבער פאר די רעפובליקאנער נאציאנאלע קאנווענשאן אין יאר 2020, וואו פרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט נאמינירט צו ווערן פאר א צווייטן טערמין. די סיטיס וועלכע האבן שוין אפגעזאגט דעם רעפובליקאנער קאנווענשאן, זאגן אז זיי טוען עס נישט צוליב טראמפ און די קאנטראווערסיעס ארום אים, נאר פשוט ווייל עס וועט זיי קאסטן צופיל אהערצושטעלן א סעקיוריטי אפאראט, און עס לוינט זיך נישט פאר זיי די צעשטערונגען פאר ביזנעס און טראפיק וואס א פאליטישע קאנווענשאן ברענגט מיט זיך.

עוואן זיגפריעד, א רעפובליקאנער סטראטעגיסט אין ניו יארק, זאגט אבער אז טראמפ שפילט זיכער א ראלע, אנצייגנדיג אז רוב פון די סיטיס וואס האבן דערווייל אפגעזאגט, זענען ליבעראלע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל