באגדאד – לויט די עלעקשאן באאמטע אין איראק, איז מוקטאדא על-סאדר דער ווארשיינליכער געווינער און נייער פרעמיער מיניסטער פון איראק, באזיגנדיג די פרא-אמעריקאנער רעגירונג פון ביז יעצטיגן פרעמיער מיניסטער היידאר על אבאדי. על-סאדר איז נישט קיין נייער פיגור אין איראק, און אויב וועט ער טאקע דינען אלס פרעמיער מיניסטער, וועט דאס באדייטן ערנסטע קאפ-ווייטאג פאר אמעריקע. על-סאדר האט זיך ארויסגעשטעלט אלס ראדיקאלער אנטי-אמעריקאנער פיגור אין די מאנאטן און יארן נאך די איראק אינוואזיע אין 2003, און ער האט אנגעפירט באוואפנטע באנדעס וועלכע האבן דורכגעפירט אטאקעס אויף אמעריקאנער זעלנער. ער איז אויך לאנג געווען אליאירט און באפריינדעט מיט איראן, נאר האט אין די לעצטע מאנאטן פרובירט צו לויפן אויף א פלאטפארמע קעגן איראן'ס איינפלוס אין איראק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל