פלארידע – די סאמע וויכטיגסטע אינסטרומענט וואס געפינט זיך אויפ'ן נייעם פארגעשריטענעם וועטער סאטעליט, וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט ארויפגעשאסן מיט עטליכע מאנאטן צוריק, האט אנגעהויבן מאלפונקציאנירן אין די לעצטע פאר טעג – לויט א סטעיטמענט פון דער נאציאנאלער אושיעניק און אטמאספעריק אדמיניסטראציע. דער פראבלעם איז מיט'ן "עדווענסד בעיסליין אימעדזשינג" אינסטרומענט, וואס איז טייל פונעם נייעם פארגעשריטענעם סאטעליט, דורך וועלכע אמעריקאנער וועטער באאמטע האפן צו קענען פאראויסזאגן דעם וועטער מיט 100 פראצענטיגע זיכערהייט. דער פאקט אז דער אינסטרומענט מאכט פראבלעמען, באדייט אז דערווייל וועט געשטערט ווערן די אקוראטע פאראויסזאגונגען, ביז ווילאנג מען פאררעכט עס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל