וואשינגטאן – דער געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא האט אין די לעצטע טעג צוריק אנגעהויבן ערשיינען אין פובליק, אלס טייל פון זיין פלאן אקטיוו ארויסצוהעלפן די דעמאקראטן צו פארכאפן קאנטראל פונעם סענאט און קאנגרעס ביי די היי-יאריגע נאוועמבער וואלן. פרייטאג האט מען געהערט אז אבאמא האט אפיציעל אינדארסירט די דעמאקראטישע קאליפארניע סענאטארשע דייען פיינסטיין, וואס זיין אינדארסמענט קומט אינמיטן שפעקולאציעס אז אנדערע דעמאקראטן וועלן זיך ארויסשטעלן קעגן איר. אויסער דעם דערווארט מען אז אבאמא זאל די וואך ערשיינען פאר א פאליטישע ראלי און פאנדרעיזינג פאר די דעמאקראטישע סענאטארשע קלעיר מעקעסקיל, וועלכע לויפט פאר ווידערוויילונג אין מיזורי און שטייט אויס א שווערן פארמעסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל