וואשינגטאן – דער אלטער און קראנקער סענאטאר דזשאן מעקעין, גרייט זיך אין די יעצטיגע טעג צו פובליצירן זיין נייעם בוך "די מנוחה'לאזע כוואליע", און דערין פארציילט ער פארשידענע דעטאלן וואס מען הערט יעצט צום ערשטן מאל. צווישן אנדערן שילדערט מעקעין איבער זיין דראמאטישע סענאט שטימע פאראיאר זומער, ווען ער האט ענדגילטיג אונטערגעברענגט די רעפובליקאנער פארזוכן בטל צו מאכן אבאמאקעיר, צייגנדיג מיט'ן פינגער אויף אראפ אז ער שטימט קעגן די רעפובליקאנער. מעקעין דערציילט, אז נאך זיין דראמאטישע שטימע האט אים פרעזידענט אבאמא טעלעפאנירט און זיך באדאנקט דערפאר. אויך באציט זיך מעקעין איבער'ן פאקט אז ער איז געווען דער וואס האט איבערגעגעבן די קאנטראווערסיאלע "טראמפ דאסיער" פאר די עף-בי-איי, שרייבנדיג אז אפילו ער ווייסט ווען פון פאראויס די קאנטראווערסיעס וואס גייען ארויסקומען ארום דעם דאסיער, וואלט ער נאך אלץ געפאסט דעם זעלבן באשלוס.

די בוך אויף עמעזאן

בוך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל