ירדן – באריכטן אין מיטל מזרח מידיא צייגן, אז עס האבן זיך אנגעהויבן א רונדע געהיימע געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און איראן, מיט'ן ציהל צו בארואיגן די אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי לענדער, ספעציפיש איבער'ן צושטאנד אין סיריע. די געשפרעכן קומען נאכדעם וואס מדינת ישראל האט אין די לעצטערע וואכן דורכגעפירט א סעריע באמבארדירונגען אויף איראנער ציהלן אין סיריע, און דאקעגן האט איראן אריינגעשאסן פון סיריע בערך צוואנציג מיסיל צום איזראעלישן זייט פון די גולן הויכן. די געשפרעכן ווערן געפירט אין געהיים אין א האטעל אין אמאן, ירדן, וואו דיפלאמאטן פון ביידע לענדער שטייען איין אין האטעל צימערן איינער נעבן צווייטן, און א ירדנ'ער געשפרעכן-פירער טראגט און ברענגט מעסעדזשעס פון ביידע זייטן.
הוסף רשומת תגובה