פיאנגיענג – דער צפון קארעא רעזשים האט נעכטן סוספענדירט אירע געפלאנטע געשפרעכן מיט דרום קארעא, וועלכע האבן געזאלט פארקומען היינט, און אויך האט צפון קארעא געשיקט א ווארענונג און סטראשע, אז זיי וועלן צוריקציען פונעם געפלאנטן שפיצן-קאנפערענץ מיט פרעזידענט טראמפ.

די דראמאטישע אנטוויקלונג קומט אלס רעזולטאט פון אנגייענדיגע מיליטערישע מושטירונגען, וואס דרום קארעא פירט דורך אין די וואסערן נעבן צפון קארעא, אינאיינעם מיט דעם אמעריקאנער מיליטער. צפון קארעא פארלאנגט א זאפארטיגן אפשטעל צו די מיליטערישע מאנעוורעס, און אויב נישט, וועט קים יאנג אן אפשאפן אלע געשפרעכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל