דייטשלאנד – א פאלעסטינער וועלכער איז געבוירן אריגינעל אינעם מערב ברעג אין ירושלים, זאגט אז ער וויל איבערבויען די באקאנטע פראנקלופער שוהל אין בערלין, וועלכע איז ליידער פארברענט געווארן אין קריסטאל-נאכט אין יאר 1938. דער פאלעסטינער איז ראאיד סאלא (Raed Saleh), א מיטגליד פון דער לאקאלער סטעיט פארלאמענט אין בערלין, און ער האט לעצטנס ארויסגעשטעלט א פארשלאג, וועלכע וועט ברענגען אז די לאקאלע רעגירונג זאל ארויסהעלפן איבערבויען דעם שול, וועלכע פלעגט האבן צוויי טויזנט שטענדיגע מתפללים בעפאר'ן קריג. סאלא האפט אויפצוטרייבן דרייסיג מיליאן דאלאר וואס וועט אפקאסטן די איבערבוי, און ער וויל די איבערבוי זאל זיין פארטיג ווען עס גייט ווערן אפגעצייכנט דער 85'סטער יארטאג פון קריסטאל-נאכט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל