נעוואדא – א גרויסער טראק וועלכע האט געפירט דיים מטבעות אין ווערד פון אכט הונדערט טויזנט דאלאר, האט זיך די וואך דינסטאג איבערגעדרייט נאכ'ן אריינקראכן אין א שאסיי-זייט צוים אויף אן אינטערסטעיט שאסיי נעבן לאס וועגאס, נעוואדא, און די טויזנטער מטבעות זענען ארויסגערונען פונעם טראק, ארויס אויפ'ן שאסיי און די דערנעבנדיגע גראז. די פאליציי זענען באלד אנגעקומען און האבן אוועקגעשטעלט א קרימינאלע סצענע פארשליסונג, צו געבן די מעגליכקייט פאר ארבעטער צו קומען אויפהייבן די אויסגעגאסענע מטבעות. דער דרייווער פונעם טראק האט געליטן מילדע וואונדן און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, אבער ווארשיינליך וועט מען נישט נוצן די דיימס צו באצאלן זיינע מעדיצינישע בילס...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל