די איראנער רעגירונג האט פארבאטן דאס באנוץ פון די פאפולערע מעסעדזשינג אפליקאציע ׳טעלעגראם׳, זאגנדיג אז עס שטעלט א געפאר פאר ״נאציאנאלע זיכערהייט״, וויבאלד עס דינט אלס קאמיוניקאציע מיטל פאר אומלעגאלע אקטיוויטעטן.

די טעלעגראם אפליקאציע פארמאגט שטארקע זיכערהייטס-מיטלען, וואס שטערט רעגירונגס-אגענטורן פון קענען נאכגיין ווער עס זענען די מענטשן וועלכע שטייען אונטער די קאנטעס, און קענען נישט אריינקוקן אין פריוואטע געשפרעכן -- א זאך וואס מאכט גרינגער צו ארגאניזירן פראטעסטן און אויך קרימינאלע אקטיוויטעטן.

עקספערטן זענען ביי די מיינונג, אז איראן האט יעצט פארבאטן די אפליקאציע וויבאלד עס דערנענטערט זיך דער דאטום מאי 12 ווען פרעזידענט טראמפ וועט מעגליך צוריק ארויפלייגן שווערע סאנקציעס אויף איראן, א זאך וואס קען ברענגען א פלייץ פון פראטעסטן קעגן די רעגירונג, וואס ספראוועט זיך שוין אזוי אויך מיט א אויפשטייג אין אויפברויז פון די בירגער צוליב די עקאנאמישע קריזיס וואס פלאגט דאס לאנד.

איראן גייט דערמיט אין די פוסטריט פון רוסלאנד וועלכע האט אויך געמאכט דעם אפליקאציע אומעגעזעצליך, און געגעבן די אנגעבליכע סיבה דערפאר אז עס דינט אלס קאמוניקאציע פלאטפארמע פאר טעראר גרופעס, אבער אפאזיציע אקטיוויסטן זאגן אז זיי ווילן דערמיט דערשטיקן די מעגליכקייט צו ארגאניזירן פראטעסטן.

בילד.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל