פאר עטליכע הונדערט אלפים קענט איר זיך יעצט איינהאנדלען אן אייגענעם טורמע. די אויטאריטעטן האבן אין די טעג ארויסגעשטעלט פאר אן עפנטליכע ליציטאציע א טורמע קאמפלעקס פון איבער 90 אקערלאנד אין אפסטעיט ניו יארק, נעבן די גרעניץ מיט קאנאדע, בלויז אן אנדערהאלבן שטונדע אוועק פון מאנטרעאל.

דאס פלאץ האט געדינט אלס טורמע ביז 2014, ווען עס איז פארשפארט געווארן נאכדעם וואס די צאל ארעסטאנטן אין ניו יארק איז געפאלן. עס איז איינס פון 13 טורמעס וועלכע האבן זיך אפגעשפארט זינט 2011, ווען קאומא איז איינגעשוואוירן געווארן אלס גאווערנער. זינט 1999 איז די צאל ארעסטאנטן אין ניו יארק געפאלן מיט איבער 30 פראצענט.

דאס פלאץ, וועלכע האט זיך גערופן די ״שאטאגיי טורמע״, נעמט אריין ארום 30 געביידעס וועלכע פארמאגן א שטח פון ארום 98,000 סקווער פוס.

דער מינימום ביד איז 100,000 דאלאר און די עפנליכע ליציטאציע וועט אפגעהאלטן ווערן אין די שאטאגיי טאון האל אין 24סטן אין יולי.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל