נעשוויל – אן אינטערעסאנטער צוזאמטרעף איז פארגעקומען צווישן סטודענטן פון דער פארקלענד שולע אין פלארידע, און דער פערזאן וועלכער האט באוויזן אפצושטעלן א ברוטאלע שיסעריי אין נעשוויל, טענעסי. די פארקלענד סטודענטן האבן מיטגעמאכט די שיסעריי מיט עטליכע מאנאטן צוריק, וואו א סטודענט האט ברוטאל דערמארדעט זיבעצן סטודענטן, און פון דער אנדערער זייט האט דער 29 יעריגער דזשעימס שאו דזשוניאר באוויזן צו קריגן סטאטוס אלס א העלד איבער'ן לאנד, ווען ער האט אפגעשטעלט א שיסעריי אין א "וואפעל האוז" רעסטוראנט, דורכ'ן דרייסטערהייט ארויסכאפן דעם גאן פונעם שיסער'ס הענט. שאו דזשוניאר און די סטודענטן האבן זיך געטראפן שבת אין מיאמי פאר א זיצונג, און זיי וועלן אינאיינעם ווייטער פארזעצן זייער נאציאנאלע אנטי-גאן קאמפיין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל