וואשינגטאן – א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן געאורטיילט, אז פרעזידענט טראמפ טאר נישט בלאקירן אזעלכע מענטשן וואס קריטיקירן אים, אז זיי זאלן נישט קענען זען זיינע מעסעדזשעס אויף טוויטער, זאגנדיג אז אויב טראמפ בלאקירט די מענטשן, טוט עס פארלעצן זייערע "ערשטע אמענדמענט" רעכטן פון "פרייהייט פון אויסדרוק". דער אורטייל איז געקומען אויף א קלאגע וואס א גרופע ליבעראלן האבן אריינגעגעבן, נאכדעם וואס טראמפ האט זיי בלאקירט פון זיין טוויטער אקאונט, און דער ריכטער האט געגעבן צו פארשטיין, אז דערמיט וואס זיי ווערן בלאקירט בלויז ווייל זיי האבן ארויסגעזאגט עפעס נעגאטיוו קעגן דעם פרעזידענט, מיינט עס אז זייער "פרייהייט פון אויסדרוק" ווערט געטשעפעט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל