סעאל – דער דרום קארעאר פרעזידענט מון זשאי-אין האט נעכטן געזאגט, אז ער האלט אז ס'קומט זיך פאר'ן אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, צו געווינען דעם "נאבעל שלום מעדאל" פאר זיינע שריט צו ברענגען שלום צווישן צפון קארעא און די איבריגע וועלט. דער געדאנק פון באעהרן טראמפ מיט'ן שלום מעדאל האט באקומען פרישע מאמענטום אין די לעצטע פאר טעג, נאכ'ן סאמיט צווישן דזשאי-אין און דער צפון קארעא דיקטאטור, אבער טראמפ זאגט אז ער וויל קודם זען אז מ'זאל טאקע ארויסקומען מיט א דיעל מיט צפון קארעא. טראמפ האט נעכטן אויך רעטאריש געפרעגט אויף טוויטער, צי ס'וואלט געווען גוט אז זיין סאמיט מיט קים יאנג אן זאל פארקומען אין דער דעמיליטעריזירטער זאנע צווישן צפון און דרום קארעא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל