צפון קארעא – מיט א וואך צוריק האט צפון קארעא דורכגעפירט אן אויפרייס און פארניכטעט אירע נוקלעארע טונעלן, פארנט פון די אויגן פון אינטערנאציאנאלע זשורנאליסטן, צייגנדיג אז זי איז גרייט אויפצוגעבן אירע נוקלעארע וואפנס. אבער פרישע סאטעליט בילדער פון די "מידעלבורי אינסטיטוט פאר אינטערנאציאנאלע שטודיעס" צייגן, אז בעפאר'ן אויפרייסן די טונעלן, האבן מיליטערישע טראקס אוועקגעפירט פונעם ארט הויפענעס מאטעריאל און מאשינען, וואס ברענגט פארדאכטן אז קים זוכט נישט עכט אויפצוגעבן זיינע נוקלעארע וואפנס, נאר וועט דאס גוט באהאלטן און וועט איינרעדן פאר אמעריקע אז ער האט מער נישט.
הוסף רשומת תגובה