די פאראייניגטע שטאטן האט היינט ארויפגעלייגט פרישע עקאנאמישע סאנקציעס, וועלכע צילן דעם אנפירער פונעם איראנער צענטראלער באנק, און נאך א רייע יחידים און אויך אן איראקער באנק, מיט וועלכער דער איראנער רעזשים באנוצט זיך.

די נייע סאנקציעס, וואס זענען נישט פארבינדן מיט אמעריקע'ס זיך ארויסציען פונעם איראנער נוקלעארער אפמאך, צילן אינדיווידועלן און אינסטיטוציעס וועלכע העלפן פינאנצירן די גלאבאלע טעראר נעץ פון איראן, וואס איז אויסגעשפרייט איבער עטליכע לענדער אינעם מיטל מזרח, הויפטזעכליך תימן און סיריע.

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס אייראפעאישע פירער האלטן אפ א סאמיט אין בריסל אינאיינעם מיט איראנער באאמטע, צו דיסקוטירן די צוקונפט פונעם נוקלעארן אפמאך, און איראן פארלאנגט פון אייראפע צו שענקן מער עקאנאמישע הילף אלס קאמפענסאציע פאר׳ן אמעריקאנער ארויסצי, און סטראשען אז אויב וועלן זיי האבן שאדנס וועלן זיי באנייען דעם נוקלעארן פראגראם.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל