וואשינגטאן – א פרישע שטודיע צייגט אז א מערהייט אמעריקאנער בירגער האבן מורא צו דרייוון א דרייווערלאזע קאר. די שטודיע איז דורכגעפירט געווארן דורך די "אמעריקען אויטאמאביל אסאסיעשאן", און עס צייגט אז 73 פראצענט אמעריקאנער האבן מורא צו דרייוון א דרייווערלאזע קאר, וואס איז צען פראצענט העכער ווי פאראיאר. די וועלכע האבן דורכגעפירט די שטודיע זאגן, אז עס איז מעגליך אז די לעצטיגע סעריע עקסידענטן אין וועלכע דרייווערלאזע קארס, א שטייגער ווי א זעלבסט-דרייוונדיגע אובער טעקסי און א טעסלא-עקס קאר, זענען געווען פארמישט. די שטודיע צייגט אז יוגנטליכע אמעריקאנער זענען דאס מערסטע נעגאטיוו-אפעקטירט געווארן פון די עקסידענטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל