אין בריטאניע הערשט אן אויפברויז איבער א לעצטיגן באשלוס פונעם אייראפעישן פאראיין, צו אויסשליסן ענגלאנד פון א סאפיסטיקירטע סאטעליט פראגראם וואס אייראפע האלט אינמיטן בויען אלס אלטערנאטיוו צום אמעריקאנער דזשי-פי-עס סיסטעם.
די פראגראם, וועלכע רופט זיך ״גאלילעאו״, האט אנגעהויבן אנטוויקלט ווערן אין 03' און איז דערווארטעט פארענדיגט צו ווערן אין 20', און וועט דינען פאר מיליטערישע און ציווילע צוועקן פאר אלע אייראפעאישע לענדער.
ענגלאנד זאגט, אז זי האט אינוועסטירט שווערע מיליאנען און אירע וויסנשאפטלער האבן בייגעשטייערט צום פראגראם, און זי וויל דעריבער באקומען פולשטענדיגן צוטריט צו דער פראגראם.
דאס האט געברענגט אן עפנטליכן ריס צווישן דעם בריטישן אויסערן מיניסטער, באריס זשאנסאן, און אייראפעאישע דיפלאמאטן, און עס שטעלט ארויף אויפ׳ן טיש א פרישע הייסע טעמע וואס די צוויי זייטן וועלן דארפן אויסארבייטן אויפ׳ן וועג צום ענדגילטיגן ברעקזיט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה