פיאנגיענג – אין א שטארקן דורכברוך, האט מען נעכטן געהערט אז דער צפון קארעאר רעזשים גרייט זיך אין די גאר נאענטע טעג צו באפרייען די דריי אמעריקאנער בירגער, וועלכע זענען געהאלטן געווארן שוין א לענגערע צייט אונטער ארעסט אויף לעכערליכע שפיאנאזש קלאגעס.

טשאי סאנג ריאנג, א דרום קארעאר אקטיוויסט, האט נעכטן דערציילט וואס ער האט געהערט פון קוועלער אינערהאלב צפון קארעא, אז די דריי אמעריקאנער זענען שוין ארויסגעפירט געווארן פון דעם ארבעטס לאגער וואו זיי זענען ביז יעצט געהאלטן געווארן, און זיי זענען געפירט געווארן צו דער הויפטשטאט פיאנגיענג.

אויב וועלן די דריי אמעריקאנער טאקע באפרייט ווערן, וועט דאס צייגן אז קים יאנג אן איז זייער ערנסט מיט זיין רעטאריק אז ער איז גרייט נאכצוקומען אמעריקע'ס אלע פארלאנגען, ווייל איינע פון די מאסנאמען וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געהאט געשטעלט, איז געווען די באלדיגע באפרייאונג פון די 3 אמעריקאנער, נאך איידער'ן שפיצן-קאנפערענץ צווישן טראמפ און קים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל