באגדאד – אין אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, האט דער זשורנאליסט וועלכער האט געווארפן זיינע שיך אויף פרעזידענט בוש אין יאר 2008 געמאלדן, אז ער לויפט פאר א זיץ אינעם איראקער פארלאמענט, ביי די קומענדיגע ארטיגע וואלן. מונטאזאר על זאאידי איז געווארן באקאנט איבער דער וועלט אין 2008, ווען ער האט געווארפן זיינע צוויי שיך אויף פרעזידענט בוש, וועלכער איז געקומען קיין באגדאד צו געבן א געזעגענונגס רעדע. פרעזידענט בוש האט באוויזן אויסצומיידן ביידע שיך, אבער על זאאידי איז ארעסטירט געווארן און פארברענגט 9 מאנאטן אין טורמע, ווערנדיג באפרייט פרי צוליב גוטע אויפפירונג. אצינד, צען יאר שפעטער, האט ער געמאלדן אז ער וועט אויסנוצן דעם פאקט אז ער איז א העלד ביי פילע איראקער בירגער, אויף צו לויפן פאר א פאליטישן אמט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל