קאטאר – עטליכע אראבישע גאלף לענדער האבן זיך נעכטן פאראייניגט מיט אמעריקע, און ארויסגעשטעלט שווערע עקאנאמישע סאנקציעס אויף דער כיזבאלא טעראר ארגאניזאציע אין לבנון. אמעריקע האט ארויסגעשטעלט ספעציפישע סאנקציעס קעגן דעם כיזבאלא פירער שעיך כאסאן נאסראלא און נאאים קאסאם, און די אנדערע לענדער האבן סאנקציאנירט כיזבאלא'ס אקטיוויטעטן אינעם גאנצן ראיאן.
דער פונקט וואס שטארט דאס מערסטע ארויס פון די נייע כיזבאלא סאנקציעס, איז דער פאקט אז סאודי אראביע און קאטאר האבן דא געארבעט אינאיינעם און מסכים געווען אויף דער זעלבער זאך. די צוויי לענדער זענען אויף מעסער–שטעך, צוליב אן עקאנאמישע בלאקאדע וואס די סאודיער פירן קעגן קאטאר, אבער די טראמפ אדמיניסטראציע האט באוויזן צו קאארדינירן מיט ביידע לענדער אינאיינעם, אויף די סאנקציעס קעגן כיזבאלא.

הוסף רשומת תגובה