רוים – איטאליע טרעפט זיך אין די יעצטיגע טעג פארוויקלט אין א מאסיוון פאליטישן קריזיס, וועלכע קען אראפשלעפן די גאנצע "יורא-זאנע", דאס הייסט די לענדער וועלכע באנוצן זיך מיט דער יורא וואלוטע. איטאליע האט אפגעהאלטן וואלן אין מערץ, וואו די אנטי-עסטאבלישמענט "פייוו סטאר" פארטיי האט געוואונען א מערהייט, אבער נישט גענוג צו קענען אליינס אנפירן די רעגירונג. געשפרעכן צווישן "פייוו סטאר" און אנדערע פארטייען האבן זיך פארשלעפט, און דער איטאליענער פרעזידענט, סערגיא מאטארעלא, האט בלאקירט די פארטיי פון פארמירן א רעגירונג. אנשטאט האט מאטארעלא געשטעלט א צייטווייליגן פרעמיער מיניסטער, און אנהייב יאר 2019 וועלן פארקומען פרישע וואלן. אנאליסטן זאגן אז דער צושטאנד וועט פירן צו כאאס, און די מארקעטס רעאגירן נעגאטיוו.
הוסף רשומת תגובה