מיט עטליכע וואכן צוריק האט קים יאנג-אָן אפגעצייכנט זיין ערשטע רייזע ארויס פון די גרעניצן פון נארט קארעא ווען ער האט באזוכט כינע.

יענער באזוך איז געהאלטן געווארן בסוד און ער איז געקומען צו פארן מיט א סימבאלישע באן, וועלכע איז אויך באנוצט געווארן דורך זיין פאטער צו באזוכן בעידזשינג.

נעכטן איז קים יאנג-אָן ווידער געקומען אויף א באזוך קיין כינע, דאסמאל מיט א פליגער, אבער אויך דאס מאל איז עס געהאלטן געווארן אין געהיימניס ביז ער האט פארלאזט דאס לאנד. הערשט נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן דורך א יאפאנעזער נייעס קוואל, האט די כינזערע רעגירונג פארעפנטליכט בילדער פון קים יאנג-אָן מיט פרעזידענט טשי פון כינע.

די פארמאכטע סאמיט מיט פרעזידענט טשי איז א פרואוו פון נארט קארעא צו באנייען די נאנטע באציאונגען מיט כינע אין בעפארברייטונג צו סאמיט וואס ער וועט אפהאלטן מיט׳ן אמעריקאנער פרעזידענט. דער כינעזער פרעזידענט האט אין א סטעיטמענט אנגערופן דעם באזוך ״היסטאריש״ און געזאגט אז דאס צייכנט אפ פארשריט אין די באציאונגען צווישן די צוויי קאמוניסטישע לענדער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

Post a Comment

Previous Post Next Post