אין סאוט קארעא האט מען זיך נעכטן גענומען מיט׳ן צוגרייטן דעם סאמיט צווישן קים יאנג-אָן אן פרעזידענט טראמפ, וואס וועט ווארשיינליך פארקומען אין די דע-מיליטעריזירטע זאנע צווישן דרום און צפון קארעא, נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט נעכטן אנגעדייטעט אז דאס וועט שיקן א פאזיטיוון מעסעדזש.

די גרייטקייט פונעם פרעזידענט צו אפהאלטן דארטן די געשפרעכן איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס ענטוזיאזם אין קארעא, און באאמטע אין דרום קארעא האבן געזאגט אז אויך די רעזשים אין צפון קארעא האט אויסגעדריקט צופרידנהייט פון אזא פלאן.

דאס אפהאלטן דעם סאמיט אינעם דע-מיליטאריזירטע זאנע שטעלט פאר אסאך פראקטישע פראבלעמען וועלכע וועלן דארפן געלעזט ווערן, צום ביישפיל אויב נארט קארעא וועט איינגיין אויף די אנוועזנהייט פון די אמעריקאנער טרופן וועלכע זענען דארט געווענליך סטאנציאנירט, און מעגליך אז נארט קארעא וועט אויך וועלן אז טראמפ זאל באזוכן אויף די זייט פון נארט קארעא.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל