קאראקאס – דער רעזשים פון פרעזידענט ניקאלעס מאדורא אין ווענעזועלע, איז נעכטן אויסגעשטאנען פרישע דרוק, ווען רעגירונג באאמטע פון עטליכע צענטראל-אמעריקאנער און לאטיין-אמעריקאנער לענדער האבן זיך געטראפן פאר א זיצונג אין וואשינגטאן, מיט דער באטייליגונג פון אמעריקאנער וויצע פרעזידענט מייק פענס, און אינאיינעם האבן די לענדער פארלאנגט אז מאדורא זאל אפשטעלן זיינע דיקטאטורישע שריט. וויצע פרעזידענט פענס האט ספעציפיש געמאלדן נייע סאנקציעס קעגן צוואנציג ווענעזועלער איינפלוסרייכע פירמעס, און אויך האט פענס געזאגט אז אמעריקע טוט קאטעגאריש פארלאנגען אז מאדורא זאל סוספענדירן זיינע געפלאנטע עמורדזשענסי וואלן פון ענדע מאי, צו געבן מער צייט פאר אינספעקטארס צו פארזיכערן אז די וואלן ווערן אפגעהאלטן דעמאקראטיש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל