פרעזידענט טראמפ האט היינט באשטעטיגט די ענדגילטיגע דעטאלן פאר דעם בעפארשטייענדן היסטארישן סאמיט מיט דעם דיקטאטור פון צפון קארעא, קים יאנג-אָן, און געמאלדן אז עס וועט פארקומען אין סינגאפאר קומענדיגן יוני 12.

טראמפ האט געמאכט די מעלדונג עטליכע שטונדן נאכדעם וואס ער האט פערזעליך אנטפאנגען די דריי אמעריקאנער בירגער, וועלכע זענען באפרייט געווארן פון דער צפון קארעא טורמע, און באלד נאכדעם וואס דער סעקרעטערי אף סטעיט טילערסאן האט זיך אומגעקערט פון זיין באזוך, צו אויסהאמערן די לעצטע דעטאלן פונעם סאמיט.

דער פרעזידענט האט אין די לעצטע טעג אויסגעדריקט שטארקע האפענונג אז דער סאמיט וועט ברענגען אן ענדע צו די נוקלעארע אמביציעס פון קים יאנג-אן און אז עס וועט עווענטועל פירן צפון קארעא צו ווערן א נארמאל לאנד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל