וואשינגטאן – די מאכטפולע פרא-גאן לאבי "ען-אר-עי" האט נעכטן געמאלדן, אז דער רעטייערטער אמעריקאנער לוטענאנט קוירנעל אליווער נארט, וועט דינען אלס דער נייער פרעזידענט פון דער ארגאניזאציע, נאכדעם וואס דער יעצטיגער פרעזידענט, פּיט בראונעל, האט באשלאסן נישט צו זוכן קיין צווייטן טערמין. נארט איז א באקאנטער פיגור אין אמעריקע, זייענדיג דער וואס איז אנגעקלאגט געווארן מיט עטליכע הארבע פעלאני קלאגעס אין די 1980'ער יארן, צוליב וואס ער האט געשפילט א ראלע אין די אומלעגאלע וואפנס פארקויף פאר איראן, וואס די רעיגען אדמיניסטראציע האט דורכגעפירט מיט'ן ציל צו שאפן געלט ארויסצוהעלפן אנטי-קאמוניסטישע רעבעלן אין ניקאראגווא. יענער סקאנדאל איז ביז היינט באקאנט געבליבן אלס "איראן-קאנטרא", אבער עווענטועל זענען די קלאגעס קעגן נארט ארויסגעווארפן געווארן. אין די לעצטע יארן האט ער געדינט אלס קאמענטאטאר אויף "פאקס ניוז", און יעצט וועט ער אפטרעטן פון דעם אמט, און גיין אנפירן די ען-אר-עי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל