כינע – אין אזיע זעט עפעס אויס ווי די פאליטיק צווישן די פארשידענע לענדער ווערן געפירט דורך אויפשריפטן אויף העמדער... ערשטנס האט מען געהערט אז די גרויסע "געפ" קליידונג פירמע האט זיך געמוזט אנטשולדיגן פאר דער כינעזער רעגירונג, נאכדעם וואס זיי האבן ארויסגעגעבן א העמד מיט א דעזיין פון דער כינעזער מאפע דערויף, אבער די מאפע האט ארויסגעלאזט טיבעט און טייוואן, צוויי טעריטאריעס וואס כינע באטראכט ווי זייערס. דערנאך האט מען געהערט אז כינעזער טוריסטן האבן אנגעמאכט כאאס ווען זיי האבן געלאנדעט אין וויעטנאם און אנגעהאט העמדלעך אויף וועלכע ס'איז געווען א מאפע פון כינע, אריינגערעכנט די דרום כינע ים. דאס האט געברענגט אויפברויז אין וויעטנאם, וועלכע טענה'ט אז דער ים באלאנגט נישט פאר כינע. די וויעטנאמעזער אויטאריטעטן האבן קאנפיסקירט די העמדלעך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל