אידישע וועטער באריכט


נאך א הייסע טאג איז אדורך, און די מענטשן וואס זענען געווען באזארגט אז עס וועט נישט זיין ווארעם די זומער, קענען זיך בארואיגן. עס איז יעצט 92 דעגריס ווען מיר שרייבן די באריכט! אויב עס גייט ביז 90 מארגן אין ניו יארק, וועט דאס זיין אונזער ערשטע היץ כוואליע (90 דעגרי אדער העכער פאר דריי טעג אין א צו).

נאך איין טאג פון הייסע וועטער קומט מארגן, פאר א פראנט קומט אדורך און ברענגט אונז מער נארמאלע מילדערע וועטער. אפסטעיט איז פארהאן א מעגליכקייט פאר שויערס אדער א טאנדערשטורם, מארגן נאכמיטאג און אין אווענט. נענטער צו די שטאט, קען בלייבען טרוקען אינגאנצען. זונטאג, זענען פארהאן וועטער מאדעלן, וואס ברענגען ארויף א לייכטע רעגן. איינמאל די שטורם גייט פארביי, זעהט קומעדינגע וואך אויס שיין זוניג, מיט באקוועמטע טעמפּעראַטור.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-🌛74
פרייטאג -🌤90
צונאכטס-🌧?/🌛64
שבת-🌤75
זונטאג-🌧67
מאנטאג-🌤68
דינסטאג -🌤68
מיטוואך-🌤72
דאנערשטאג-🌤70

לעיקוואוד
היינט נאכט-🌛68
פרייטאג -🌤90
צונאכטס-🌧?59
שבת-🌦?74
זונטאג-🌧68
מאנטאג-🌤68
דינסטאג -🌤68
מיטוואך-🌤72
דאנערשטאג-🌤70

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-⛈?65
פרייטאג -🌦?85
צונאכטס-⛈?/🌛54
שבת-🌤73
זונטאג-🌧65
מאנטאג-🌤65
דינסטאג -🌤68
מיטוואך-🌤72
דאנערשטאג-🌤70

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
דאנערשטאג נאכט🌧55
פרייטאג-🌧64/🌧46
שבת-🌤65/🌛48
זונטאג-🌦?55/🌛30
מאנטאג-🌤55/🌛42
דינסטאג-☀️68/🌛45
מיטוואך-🌤70

ירושלים און מירון
(👈🏻טבריה און ארום ים המלח, לייג צו 10 דעגריס)
פרייטאג-🌤92/🌛72
שבת-🌤85/🌛69
זונטאג-⛅️90/☁️68
מאנטאג-🌦?77/🌛62
דינסטאג-🌦?72/🌛55




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל