מאלאזיע – אן אמעריקאנער פארשונג גרופע, וועלכע פירט יעצט אן מיט'ן זוכעניש נאכ'ן פארשוואונדענעם און אראפגעקראכטן מאלאזיע עירליינס פלייט-370, האט געמאלדן נעכטן אז זי גיט דערווייל נישט אויף און וועט אויסברייטערן די וואסער טעריטאריע וואו זי זוכט. די מעלדונג פון דער "אושען אינפיניטי" פירמע, איז געקומען נאכדעם וואס זיי האבן באשטעטיגט אז זיי האבן ביז אהער נישט געטראפן דעם פליגער, טראץ וואס ס'איז שוין אריבער די 90 טעג דעדליין וואס זיי האבן באקומען פון דער מאלאזיער רעגירונג, אלס א שאנס צו קענען באקומען באצאלט זיבעציג מיליאן דאלאר אויב זיי געפינען דעם פליגער. די פירמע זאגט אז זיי וועלן ווייטער זוכן, אבער עס איז נישט קלאר צי די מאלאזיער רעגירונג איז גרייט צו פארלענגערן מיט זיי דעם קאנטראקט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל