די אמעריקאנער-פאבריצירטע עף-35 סטעלט קאמפס עראפלאן, האט די ערשטע מאל געזעהן ריכטיגע קריג, ווען די איזרעילי לופט כוחות האט איר גענוצט אין אפעראציעס.

די עיר פארס הויפט עמיקם נורקין‎ האט געוויזן בילדער פון די סארט פליגערס פליענדיג איבער ביירוט אין לבנון, און האט געזאגט אז די פליגערס זענען שוין צוויי מאל גענוצט געווארן, אויף צוויי באזונדערע פראנטן. מדינת ישראל האט לעצטענס אדורכגעפירט היפש לופט אטאקעס קעגן פאזיציעס אין סיריע.

די עף-35 איז די וועלט'ס טייערסטע מיליטערישע וואפן פראגראם, און איז קריטיקט געווארן פאר אירע קאָסטן און איבער אירע קאמפס מעגליכקייטן. לעצטע יאהר, האט די אמעריקאנער דעפענס-סעקרעטאר דזשעימס מעטטיס פארטיידיגט די פראיעקט, נאך וואס די קוים-ערוויילטער טראמפ האט קריטיקירט אירע קאָסטן אין טוויטס, וואס לויפט ביי כמעט הונדערט מיליאן דאלער פער פליגער.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל