נאך אכצן יאר ביי דער מאכט, איז וולאדימיר פוטין היינט איינגעשוואוירן געווארן צו א פערטן זעקס-יעריגן טערמין, נאכ׳ן געוואונען די וואלן מיט א גרויסער מערהייט פון איבער 70%, אבער די איינשווערונג פייערונגען זענען געקומען באגלייט מיט שטורמישע פראטעסטן.

דער אפאזיציע פירער, אלעקסאנדער נאוולאני, וועמענס קאנדידאטור איז גע'פסל׳ט געווארן דורך די וואל קאמיטע, האט גערופן זיינע שטיצער צו ארויסקומען פראטעסטירן קעגן פוטין, און דורכאויס שבת זענען איבער די גאסן פון מאסקווע פארגעקומען שטורמישע פראטעסטן, באגלייט מיט שווערע פאליציי ברוטאליטעט.

צווישן די 1,600 ארעסטירטע ציילט זיך אויך אלעקסאנדער נאוולאני, וואס איז שוין עטליכע מאל ארעסטירט געווארן צוליב זיינע אפאזיציע אקטיוויטעטן, און אזוי אויך זענען דאקומענטירט געווארן פעלער אין וועלכע די פאליציי זענען זיך באגאנגען מיט שוידערליכע ברוטאליטעט קעגן פראטעסטירט, אריינגערעכנט קעגן מינדעריעריגע קינדער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל