אין ליכט פון אנדייטונגען פרעזידענט טראמפ קלערט פון אפזאגן דעם ספעציעלער אויספארשער ראבערט מוללער טוען געזעצגעבער אין קאנגערס און אין סענאט ארבייטן אויף א ביל צו באשיצן מוללער, דער ביל וועט געבן א צייט אפשניט פון 10 טעג נאכדעם וואס דער פרעזידענט זאגט אפ דעם אויספארשער ביז עס גייט אריין אין עפעקט, און אין די צייט קען די באשלוס אפעלירט ווערן פאר א פאנעל פון דריי ריכטער וואס וועלן באשליסן אויב דער פרעזידענט האט די אויטאריטעט דאס צו טון.

די פארשלאג האט שטיצע פון ביידע פארטייען, אבער עס איז נישט קלאר אויב עס איז בכלל וויכטיג, וויבאלד אויב דער פרעזידענט וויל איינצוימען דעם אויספארשונג וועט ער אפזאגן דעם דעפיוטי אטוירני דשענעראל ראד ראזנשטיין וואס האט די ענדגילטיגע אויטאריטעט איבער די אויספארשונג, און אים אפזאגן וועט שאפן א סיטואציע אז דער פרעזידענט זאל נאמינירן א צווייטע דעפיוטי וואס זאל האבן אן איבערזיכט אויף די אויספארשונג.

ספיקער פאול רייען האט היינט ביי א פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז דער פרעזידענט האט אים פארשפראכן אז ער פלאנט נישט צו אפזאגן מוללער, אבער ער האט נישט קלארגעשטעלט אויב דאס נעמט אויך אריין דעם דעפיוטי ראד ראזנשטיין וועמען דער פרעזידענט האט עפנטליך קריטיקירט אין די לעצטע טעג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל