וואשינגטאן – אין א ספעציעלן בריוו, האבן 53 געוועזענע הויכראנגיקע אמעריקאנער שפיאנאזש באאמטע געשריבן צום סענאט שפיאנאזש קאמיטע, אז זיי זאלן נישט פארשלעפן די פראצעדורן פון באשטעטיגן א נייעם סי-איי-עי דירעקטאר, און די 53 פערזענליכקייטן שרייבן אז זיי רעקאמענדירן זייער שטארק אז דער סענאט זאל שנעל באשטעטיגן דזשינע העספעל, וועמען טראמפ האט טאקע נאמינירט פאר דער פאזיציע. פילע סענאטארן ווילן נישט באשטעטיגן העספעל, צוליב איר ראלע אין די אומלעגאלע פייניגונג/אויספארשונג מעטאדן וואס די סי-איי-עי האט גענוצט אין די 00' יארן, אבער די געוועזענע שפיאנאזש באאמטע, אריינגערעכנט הויכראנגיקע איינגעשטעלטע פון די אבאמא און קלינטאן אדמיניסטראציעס, שרייבן אז העספעל איז די בעסטע קאנדידאט פאר דער פאזיציע.
הוסף רשומת תגובה