א באריכט פארעפנטליכט דורך דעם מדינת ישראל אויסערן מיניסטעריום ווייזט, אז דער שוואונג צווישן די מאסן אין דער אראבישער וועלט ריקט זיך אוועק פון שטיצן כאמאס און סימפאטיזירט אלץ מער מיט דער מדינת ישראל זייט.

טראץ דעם וואס די אפיציעלע ליניע פון דער רעגירונגס-קאנטראלירטער מידיא אין רוב אראבישע לענדער פארטיידיגן די אראבישע ראיאטן ביי דער גרעניץ מיט עזה, איז די מיינונג פון א וואקסנדער צאל ביים המון עם אינגאנצן אנדערש, ווייזט דער באריכט, וואס האט צוזאמגענומען רעאקציעס פון א ריי אראבישע לענדער איבער פארשידענע פאפולערע סאושעל מידיא פלאטפארמעס.

"מיין הארץ איז מיט מיינע אידישע קרובים," לייענט זיך איין אזא מעסעדזש פון עמיצן אין סאודי אראביע, וועלכער פירט דערביי אויס, "מ'קען נישט פארלייקענען דעם פאקט אז דער כאמאס פאלעסטינער טעראר וועט קומען צו א סוף."

אן אנדערער אראבישער טוויטער מעסעדזש פון איראק רופט די "פאלעסטינער ברידער זיך נישט צו לאזן אריינגעשלעפט ווערן דורך די כאמאס טעראר פלענער, וואס וועט בלויז ברענגען שאדן פאר די פאלעסטינער."

ענליכע עפיטעטן זענען אויסגעדריקט געווארן דורך טויזנטער אזעלכע מעסעדזשעס איבער כמעט דער גאנצער אראבישער וועלט, אריינגערעכנט עטליכע מידיא קאמענטאטארן אין סאודי אראביע וועלכע האבן אויסגעדריקט ענליכע מיינונגען.

דאס אויסערן מיניסטעריום ווייזט אן, אז דאס איז דער ערשטער פאל ווען די צאל מעסעדזשעס אין שטיצע פון מדינת ישראל איז גלייך צו דעם ציפער פון העסליכע און קעגנערישע, און אנאליסטן ווייזן אן אז דאס איז טייל פון א שטילער רעוואלוציע אין רוב מוסולמענישער וועלט, פאר וועמען איראן און אירע טעראר-שלוחים ווערן געזען אלס גרעסטע געפאר צו זייער עקזיסטענץ.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל