כינע – א מאן אין צפון-מזרח כינע, וועלכער איז אבסעסירט מיט אוויאציע, און זיין לעבנסלענגליכער חלום איז צו זיין דער אייגנטימער פון א גרויסן פאסאזשיר פליגער, האט באשלאסן אליינס צו פרובירן און ברענגען זיין חלום צו רעאליטעט, דורך בויען מיט די אייגענע הענט א גענצליכע נאכגעמאכטע "עירבאס עי-320" פאסאזשיר פליגער. די רעדע איז פון זשו יוהא, וועלכער האט לאנגע מאנאטן שטודירט די מאכינאציעס און טיילן פון אן עירבאס פליגער, איידער ער האט זיך גענומען צו דער ארבעט צו בויען זיין אייגענעם פליגער, וועלכע ער פלאנירט צו פארוואנדלען אין א רעסטוראנט. דער פליגער קען נישט פליען, אבער עס האט אלע פיטשעווקעס פון א געהעריגן עירבאס פליגער, און ס'האט אים דערווייל אפגעקאסט איבער איין מיליאן יען דאס צו בויען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל