אלבאני – די ליבעראלע "ווארקינג פעמיליס" פארטיי האט געמאלדן אז זיי אינדארסירן די קאנדידאטקע סינטיע ניקסאן, וועלכע לויפט קעגן דעם אמטירנדן דעמאקראטישן גאווערנאר ענדרו קאומאו. די קליינע אבער איינפלוסרייכע פארטיי האט אינדארסירט קאומאו אין יאר 10' און אין 14', אבער די פארטיי פירער האבן אויסגעדרוקט גרויס אנטוישונג אין קאומאו אין די לעצטערע מאנאטן, און קאומאו האט אליינס געזאגט פרייטאג אז ער איז בכלל נישט אינטערעסירט אין זייער אינדארסמענט. דער פאקט אז די ווארקינג פעמיליס פארטיי האט אינדארסירט ניקסאן, באדייט אז אפילו אויב (ליין: ווען) קאומאו באזיגט איר אין די דעמאקראטישע פריימערי, וועט זי נאך אלץ זיין אויפ'ן שטים צעטל אין נאוועמבער, ווייל זי וועט קענען לויפן אויף דער ווארקינג פעמיליס פארטיי ליניע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל