"ראטשילד" פאליטיקאנט וויל מער נישט הערן
וואשינגטאן – דער לאקאלער וואשינגטאן די-סי קאונסילמאן טרעיאן ווייט זאגט, אז ער וועט מער זיך נישט אנטשולדיגן איבער זיינע אנטיסעמיטישע קאמענטארן, וואס ער האט געלאזט פאלן מיט עטליכע וואכן צוריק. ווייט איז אראפגעריסן געווארן פאר'ן זאגן אז די אידישע ראטשילד פאמיליע קאנטראלירט דעם וועטער, ווייל זיי ווילן ווערן רייך דורך נאטורליכע קאטאסטראפעס ווי האריקעינס און ערדציטערנישן. ווייט האט זיך שוין אנטשולדיגט פאר זיינע קאמענטארן, אבער איז זינט דעמאלט שוין נאכאמאל געקומען אונטער קריטיק, איבער דעם וואס ער האט באקומען א טור אינעם האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן און איז אוועקגעגאנגען אינמיטן דעם טור. ווייט זאגט אז עס איז נישט אמת אז ער איז אוועקגעגאנגען אינמיטן, און ער וועט מער נישט זיך אנטשולדיגן פאר דעם גאנצן סקאנדאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל