קאליפארניע – עס איז נישט קיין סוד אז די אלגעמיינע וועלט איז היינט צוגעבונדן צום סמארטפאון, און מ'קען זיך נישט אוועקרירן דערפון, וואס דאס שאדט עקאנאמיש אויך, ווייל מענטשן טוען נישט זייער ארבעט און זייערע מענטשליכע פונקציעס ווי נארמאל. די "זענסקרין" פירמע איז אויפגעקומען מיט א נייעם "עפפ", וועלכע וועט קאנטראלירן אלע עפפס וואס א מענטש האט אויפ'ן פאון, אויף א וועג אז ער זאל נישט קענען זיך צופיל פארשפילן און ארומשפילן. "זענסקרין" וועט אפשפארן אן עפפ אויב זי שפירט אז דער מענטש פארברענגט צופיל צייט דערויף, און זי וועט געבן א צייט אפשניט פון א פאר שעה, ווען דער אפגעשפארטער עפפ וועט צוריק ווערן אקטיוויזירט. אויך וועט עס וועכנטליך געבן פאר'ן מענטש א באריכט איבער וויפיל שטונדן ער פארברענגט אויף נארישקייטן. אנו עמלים והם עמלים...
הוסף רשומת תגובה