לאס אנדזשעלעס – די צוויי ווייערלעס אינדוסטריע ריזן, "טי-מאביל" און "ספרינט", האבן נעכטן געמאלדן אז זיי וועלן זיך צוזאמשטעלן און פארמירן איין גרויסע פירמע, וועלכע וועט ווערד זיין א געשאצטע 147 ביליאן דאלאר. ביידע פירמעס אינאיינעם וועלן טאקע קאנטראלירן דרייסיג פראצענט פון ווייערלעס קאסטומערס, אבער דאס איז נאך אלץ נישט קיין סאך, אין פארגלייך צו ווערייזאן וועלכע פארמאגט אזויפיל ווי 38 פראצענט פון ווייערלעס קאסטומערס, און עי-טי-ענד-טי וועלכע פארמאגט 33 פראצענט פון די קאסטומערס. עס איז נישט קלאר דערווייל וואס דער אימפאקט וועט זיין אויף קאסטומערס פון די צוויי צוזאמגעשטעלטע פירמעס, אבער ס'איז נאך אפילו נישט זיכער אז דער צוזאמשטעל וועט טאקע פאסירן, ווייל ס'דארף נאך באשטעטיגט ווערן דורך פעדעראלע אגענטורן.

מ'האט שוין געזען אין יאר 2011, אז "עי-טי-ענד-טי" האט צוריקגעצויגן פון א פלאן אפצוקויפן טי-מאביל, ווען ס'איז זיי קלאר געווארן אז פעדעראלע באאמטע וועלן נישט באשטעטיגן דעם אפקויף.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל