קאליפארניע – לויט א באריכט אין "מארקעט-וואטש", האלט די עמעזאן טעכנאלאגיע און אנליין פירמע גאר נאענט צו מאכן א באשלוס, איבער וואו זיי וועלן אוועקשטעלן זייער צווייטן הויפטקווארטיר. עמעזאן האט געלאזט אין גאנג א גרויסן פארמעסט, מיט א פארשפרעכונג אז די סיטי וואס ווערט אויסגעוועלט, וועט אויטאמאטיש צובאקומען ארום פופציג טויזנט דזשאבס, און לויט דעם נייעם באריכט, האט עמעזאן באשלאסן צו אויסוועלן אדער וואשינגטאן די-סי, אדער די שטאט באסטאן, מאסעטשוסעטס. דער באריכט האט אנאליזירט עטליכע פאקטארן וואס עמעזאן האט באטראכט אין לויף פון זייער זוכעניש, און די צוויי פונקטן, אז ס'זאל זיין א גרויסע מעטרא געגנט און אז ס'זאל האבן גוטע אוניווערסיטעטן, ברענגען אז באסטאן און וואשינגטאן די-סי זאלן ארויסשטארן איבער אלע אנדערע סיטיס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל